קאפיטל דריי
1 און פעטרוס און יוחנן זענען ארויפגעגאנגען אין בית המקדש אריין אין דער שעה פון תפילה, דער ניינטער. 2 און א מאן, א לאמען פון זיין מוטערס לייב, האט מען געברענגט צו טראגן, וועלכן מען פלעגט אנידערזעצן יעדן טאג ביים טויער פון בית המקדש, וואס האט געהייסן שער המהודר, צו בעטן נדבות פון די, וואס זענען אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין. 3 דערזעענדיק פעטרוסן און יוחנן, וועלכע האבן געהאלטן ביים אריינגיין אין בית המקדש, האט ער (זיי) געבעטן א נדבה. 4 פעטרוס אבער האט אויף אים א בליק געטאן מיט יוחנן און געזאגט: קוק אויף אונדז. 5 און ער האט געווענדט זיין פנים צו זיי, האפנדיק עפעס פון זיי צו באקומען. 6 פעטרוס אבער האט געזאגט: זילבער און גאלד האב איך נישט, נאר וואס איך האב יא, דאס גיב איך דיר. אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיח פון נצרת, שטיי אויף און גיי. 7 און ער האט אים אנגעכאפט ביי דער רעכטער האנט און אים אויפגעשטעלט; און אין אן אויגנבליק זענען זיינע פיס און קנעכלעך געשטארקט געווארן. 8 און ער איז אויפגעשפרונגען און האט זיך אנידערגעשטעלט, און איז ארומגעגאנגען; און איז אריינגעגאנגען מיט זיי אין בית המקדש אריין, ארומגייענדיק און שפרינגענדיק און לויבנדיק ה׳. 9 און דאס גאנצע פאלק האט אים געזען ארומגיין און לויבן ה׳. 10 און מען האט אים דערקענט, אז דאס איז דער, וואס פלעגט זיצן אויף נדבות ביים שער המהודר פון בית המקדש, און זיי זענען פול געווארן מיט שטוינען און פארוואונדערונג איבער דעם, וואס איז אים געשען.
11 און בשעת ער האט זיך געהאלטן צו פעטרוסן און יוחנן, איז דער גאנצער עולם זיך צוזאמענגעלאפן צו זיי צו דעם פאליש, וואס האט געהייסן אולם של שלמה, אויסער זיך פון שטוינען. 12 און זעענדיק דאס, האט פעטרוס געענטפערט דעם עולם: איר מענער פון ישראל, וואס וואונדערט איר זיך איבער דער דאזיקער זאך? אדער וואס קוקט איר אזוי אויף אונדז, גלייך ווי מיט אונדזער אייגענעם כוח אדער פרומקייט האבן מיר אים געמאכט ארומגיין? 13 דער ג‑ט פון אברהם און יצחק און יעקב, דער ג‑ט פון אונדזערע אבות, האט פארהערלעכט זיין קנעכט יהושע/ישוע, וועמען איר האט איבערגעגעבן, און פארלייקנט פאר פילאטוסן, ווען ער האט באשלאסן אים צו באפרייען. 14 איר אבער האט פארלייקנט דעם קדוש און צדיק, און פארלאנגט אז א מאן א רוצח זאל אייך באגנעדיקט ווערן, 15 און האט געטייט דעם שר החיים, וועמען ה׳ האט אויפגעוועקט פון די טויטע, פון וואס מיר זענען עדות. 16 און דורך דער אמונה אין זיין נאמען, האט זיין נאמען געשטארקט דעם דאזיקן, וואס איר זעט (דא) און קענט; און דער גלויבן, וואס איז דורך אים, האט אים געגעבן די פולע געזונטהייט פאר אייך אלעמען. 17 און איצט, ברידער, איך ווייס, אז איר האט עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט, ווי אויך אייערע שרים. 18 אבער ה׳ האט אויף אזא אופן דערפילט, וואס ער האט פארויסגעזאגט דורך דעם מויל פון אלע נביאים, אז זיין משיח וועט ליידן. 19 דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן, 20 אז עס זאלן קומען צייטן פון דערקוויקונג פון דעם פנים פון דעם האר, און אז ער זאל אייך שיקן דעם פארויסבאשטימטן משיח יהושע/ישוע, 21 וועמען דער הימל מוז אויפנעמען ביז צו דער צייט, ווען אלץ וועט צוריקגעשטעלט ווערן, פון וועלכן ה׳ האט גערעדט פון אייביק אָן דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים. 22 ווארום משה (רבינו) האט געזאגט:
א נביא, גלייך צו מיר, וועט דער האר ג‑ט אויפשטעלן צו אייך, פון צווישן אייערע ברידער; אים זאלט איר הערן לויט אלעם, וואס ער וועט צו אייך רעדן; 23 און עס וועט זיין, אז יעדעס נפש, וואס וועט יענעם נביא נישט הערן, זאל פארטיליקט ווערן פון דעם פאלק.
(דברים יח, טו, יט.)
24 און אלע נביאים פון שמואל אָן און די, וואס זענען געווען נאך אים, וואס האבן גערעדט, האבן אויך אנגעזאגט די דאזיקע טעג. 25 איר זענט די קינדער פון די נביאים, און פון דעם בונד (ברית), וואס ה׳ האט געמאכט מיט אייערע אבות, ווען ער האט געזאגט צו אברהמען:
און דורך דיין זאמען וועלן געבענטשט ווערן
אלע משפחות פון דער ערד.
(בראשית כב, יח.)
26 צו אייך קודם כל האט ה׳ אויפגעשטעלט זיין קנעכט און אים געשיקט אייך צו בענטשן, ווען יעדער איינער פון אייך וועט זיך אוועקקערן פון זיינע (מעשים) רעים.