קאפיטל איין און צוואנציק
און עס איז געשען, ווען מיר האבן זיך אפגעשיידט און זענען אוועקגעפארן פון זיי, פארנדיק אין א גראדער ריכטונג, זענען מיר געקומען קיין קאס, און דעם נעכסטן טאג קיין ראדאס, און פון דארטן קיין פאטארא; און אזויווי מיר האבן געפונען א שיף, וואס איז געגאנגען קיין פעניציען, זענען מיר איינגעשטיגן און אפגעפארן. און דערזעענדיק די (אינדזל) קפריסין, און איבערלאזנדיק זי אויף לינקס, האבן מיר זיך אוועקגעשיפט קיין סיריען, און זענען אנגעקומען קיין צור; ווארום דארטן האט די שיף געזאלט אויסלאדן איר פראכט. און נאך דעם ווי מיר האבן אויפגעזוכט די תלמידים, זענען מיר דארט פארבלייבן זיבן טעג; און זיי האבן גערעדט צו פוילוסן דורך דעם רוח (הקודש), נישט ארויפצוגיין קיין ירושלים. און ווען מיר האבן געהאט געענדיקט די טעג, זענען מיר ארויסגעגאנגען און אוועקגעפארן; און אלע האבן אונדז באגלייט מיט די פרויען און קינדער ביז אויסער דער שטאט; און מיר האבן געקניט אויפן ים ברעג און תפילה געטאן; דערנאך האבן מיר זיך געזעגנט איינס מיטן אנדערן, און זענען איינגעשטיגן אויף דער שיף, זיי אבער האבן זיך אומגעקערט אהיים.
און מיר האבן פארענדיקט די ים רייזע פון צור, און זענען אנגעקומען קיין פטאלעמייס; און אפגעגעבנדיק שלום צו די ברידער, זענען מיר פארבלייבן ביי זיי איין טאג. און צומארגנס זענען מיר ארויסגעגאנגען, און זענען געקומען קיין קיסריה; און זענען אריינגעגאנגען אין דעם הויז פון פיליפוס דעם מבשר, איינער פון די זיבן, און איינגעשטאנען ביי אים. דער דאזיקער (פיליפוס) האט געהאט פיר טעכטער בתולות, וועלכע האבן נבואות געזאגט. 10 און בשעת מיר זענען (דארט) פארבלייבן א סך טעג, איז אראפגעקומען פונם (לאנד) יהודה א געוויסער נביא, מיטן נאמען אגאבוס. 11 און קומענדיק צו אונדז, האט ער גענומען פוילוסנס גארטל, האט זיך געבונדן די פיס און די הענט, און געזאגט: דאס זאגט דער רוח הקודש: דעם מאן, וועמעס גארטל דער איז, וועלן די יידן אין ירושלים אזוי בינדן, און (אים) איבערגעבן אין גויישע הענט אריין. 12 און ווען מיר האבן דאס געהערט, האבן מיר און די דארטיקע אים געבעטן, אז ער זאל נישט ארויפגיין קיין ירושלים. 13 דעמאלט האט פוילוס געענטפערט: וואס טוט איר, וואס איר וויינט און צעברעכט מיר דאס הארץ? ווארום איך בין גרייט נישט בלויז געבונדן צו ווערן, נאר אויך צו שטארבן אין ירושלים פאר דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע. 14 און אזויווי ער האט זיך נישט געלאזט איבעררעדן, האבן מיר שטיל געשוויגן, אזוי צו זאגן: זאל געשען דעם הארס רצון!
15 און נאך די דאזיקע טעג האבן מיר איינגעפאקט אונדזערע זאכן, און זענען ארויפגעגאנגען קיין ירושלים. 16 און עס זענען אויך מיטגעגאנגען מיט אונדז אייניקע פון די תלמידים פון קיסריה, מיטפירנדיק א געוויסן מנאזאן, פון קפריסין, אן אלטער תלמיד, ביי וועמען מיר האבן געזאלט וואוינען.
17 און ווען מיר זענען געקומען קיין ירושלים, האבן די ברידער אונדז אויפגענומען מיט שמחה. 18 און דעם נעכסטן טאג איז פוילוס מיט אונדז אריינגעגאנגען צו יעקבן, און אלע זקנים זענען אהינגעקומען. 19 און אפגעגעבנדיק זיי שלום, האט ער באריכות דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט געטאן צווישן די אומות העולם דורך זיין עבודה. 20 און הערנדיק דאס, האבן זיי געלויבט ה׳; און צו אים געזאגט: דו זעסט, ברודער, וויפל טויזנטער יידן עס זענען, וועלכע גלויבן, און אלע זענען קנאים פאר דער תורה; 21 און מען האט זיי (פאלשע קלאנג) דערציילט וועגן דיר, אז דו לערנסט אלע יידן, וועלכע געפינען זיך צווישן די אומות העולם, זיך אפפאלן פון (תורת) משה, זאגנדיק, אז זיי זאלן נישט מל זיין די קינדער, און זיך נישט נוהג זיין לויט די (יידישע) מנהגים. 22 וואס זשע וועט זיין? אין יעדן פאל וועלן זיי (דאך) הערן, אז דו ביסט געקומען. 23 טו דעריבער דאס, וואס מיר וועלן דיר זאגן: ביי אונדז געפינען זיך פיר מענער, וועלכע האבן א נדר אויף זיך; 24 נעם די דאזיקע און רייניק דיך מיט זיי, און באצאל פאר זיי, כדי זיי זאלן זיך לאזן אפגאלן דעם קאפ; און אלע וועלן וויסן, אז אין דעם, וואס זיי האבן געהערט וועגן דיר, איז גאר נישטא (קיין אמת). נאר אז דו אליין גייסט אויך אויפן דרך הישר (דרך ה׳), און היטסט אפ די תורה. 25 און וואס שייך די גויישע מאמינים, האבן מיר שוין געשריבן א בריוו, באשליסנדיק, אז זיי זאלן זיך אפהיטן (צו עסן) פון קרבנות צו אפג-טער און פון בלוט און פון דערווארגן (פלייש) און פון זנות. 26 פוילוס האט דעמאלט גענומען די מענער, האט זיך גערייניקט מיט זיי דעם אנדערן טאג, און איז אריינגעגאנגען אין בית המקדש אריין, און געלאזט וויסן די דערפילונג פון די טעג פון רייניקונג, ביז עס זאל געברענגט ווערן דאס קרבן פאר יעדן איינעם פון זיי.
27 און ווי די זיבן טעג האבן זיך שוין באלד געהאט געענדיקט, האבן יידן פון (קליין) אזיען אים דערזען אין בית המקדש, און האבן אויפגעהעצט דעם גאנצן המון, און ארויפגעלייגט זייערע הענט אויף אים, 28 שרייענדיק, אנשי ישראל, העלפט: דער דאזיקער מענטש איז עס, וואס לערנט אלעמען אומעטום קעגן דעם (יידישן) פאלק און דער תורה און דעם דאזיקן מקום (קדוש), נאכמער, ער האט אפילו אריינגעפירט גריכן אין בית המקדש אריין און פארשוועכט דאס דאזיקע מקום קדוש. 29 ווארום זיי האבן פריער געהאט געזען טראפימוסן דעם עפעזער אין דער שטאט מיט אים; און געמיינט, אז פוילוס האט אים אריינגעפירט אין בית המקדש אריין. 30 און די גאנצע שטאט האט זיך באוועגט, און עס איז געווארן א צוזאמענגעלויף פון פאלק; און זיי האבן געכאפט פוילוסן און אים ארויסגעשלעפט אויסער דעם בית המקדש; און גלייך האבן זיך די טירן געשלאסן. 31 און ווי זיי האבן אים געוואלט טייטן, איז געקומען א שמועה צום הויפטמאן פון דער אפטיילונג, אז גאנץ ירושלים איז אין אן אויפברויז. 32 האט ער גיך גענומען זעלנער און אפיצירן, און איז אראפגעלאפן צו זיי; און דערזעענדיק דעם הויפטמאן און די זעלנער, האבן זיי אויפגעהערט צו שלאגן פוילוסן. 33 דאן איז דער הויפטמאן צוגעגאנגען, האט אים ארעסטירט, און באפוילן מען זאל אים בינדן מיט צוויי קייטן, און האט געפרעגט, ווער ער איז, און וואס ער האט געטאן. 34 און יעדער איינער אינם המון האט עפעס אנדערש געשריגן; און נישט קענענדיק זיך דערוויסן אויף זיכער, צוליב דעם געטומל, האט ער באפוילן, מען זאל אים אוועקפירן אין דער פעסטונג אריין. 35 און ווען ער איז געקומען צו די טרעפ, האבן די זעלנער אים געטראגן צוליב דעם געדרענג פון דעם המון; 36 ווארום די פאלקסמאסע האט נאכגעפאלגט, שרייענדיק: אוועק מיט אים!
37 און בשעת פוילוס האט געזאלט אריינגעפירט ווערן אין דער פעסטונג אריין, האט ער געזאגט צום הויפטמאן: צי איז עס מיר דערלויבט עפעס צו זאגן צו דיר? און ער האט געזאגט: דו קענסט גריכיש? 38 צי ביסטו דען נישט דער מצרי, וועלכער האט מיט א געוויסער צייט צוריק געמאכט א מרידה, און ארויסגעפירט אין דער מדבר אריין די פיר טויזנט מענער פון די סיקרים? 39 האט פוילוס געזאגט: איך בין א ייד פון טארסוס אין קיליקיען, א בירגער פון אן אנגעזעענער שטאט; בעט איך דיך, דערלויב מיר צו רעדן צום פאלק. 40 און ווען ער האט עס אים דערלויבט, האט פוילוס זיך געשטעלט אויף די טרעפ, און געמאכט א צייכן מיט דער האנט צום פאלק; און אז עס איז געווארן א גרויסע שטילקייט, האט ער גערעדט צו זיי אויף לשון קודש, אזוי צו זאגן: